(Yiddish) יידיש

 (Yiddish) יידיש

אַקסעס צו סערוויסעס אין דיין שפּראַך

זײַט אַזוימגוט, רופֿט 1-888-875-5790 פֿאַר בחינמדיקע שפּראַך הילף באַדינונגען. ניו יארק סטעיט'ס שפראך צוגענגליכקייט פּאליסי פארלאנגט פון עקזעקיוטיוו סטעיט אגענטורן וועלכע שטעלן צו דירעקטע סערוויסעס פארן פובליק צו אפפערן דאלמעטשער סערוויסעס אין דעם פארלאנגטן שפראך, און צוצושטעלן וויכטיגע בויגנס און דאקומענטן אין צום ווייניגסטנס די 12 מערסט-גערעדטע שפראכן אין ניו יארק סטעיט, אין צוגאב צו ענגליש. דאס העלפט פאר דעם סטעיט איבערצוקומען דעם שפראך פארהאלטונגס-צוים פאר פובליק סערוויסעס און פראגראמען פאר מענטשן מיט באגרעניצטע קענטעניס פון ענגליש. אין דעם צייט זענען די צוועלף מערסט-גערעדטע שפראכן: ספאניש, כינעזיש, רוסיש, אידיש, בענגאלי, קארעאניש, העישען-קרעיאל, איטאליעניש, אראביש, פויליש, פראנצױזיש און אורדו.

רעכט אריינצוגעבן א שפראך-צוגענגליכקייט איינקלאג

אויב שפירט איר אז מיר האבן אייך נישט צוגעשטעלט פאסיגע איבערזעצונג סערוויסעס, אדער איר זענט אפגעזאגט געווארן פון האבן איבערגעזעצטע דאקומענטן צוגעשטעלט פאר אייך, ביטע פילט אויס אונזער איינקלאג פארם אונז מודיע צו זיין אייער מיינונג.

די אינפארמאציע וואס איר גיבט איין אויף דעם איינקלאג פארם וועט העלפן פארבעסערן די סטעיט׳ס שפראך-צוגענגליכקייט סערוויסעס. דער פארם בעט פון אייך צוצושטעלן אייער קאנטאקט אינפארמאציע כדי מיר זאלן אייך קענען מודיע זיין וואס מיר טוען אויף זיך אפצורופן צו אייער איינקלאג. אלע פערזענליכע אינפארמאציע וואס איר גיבט אריין אין אייער איינקלאג וועט גאהאלטן ווערן קאנפידענציעל.

שפראך-צוגענגליכקייט איינקלאג פארם

אויב געפעלט אייך ענדערש צו דאונלאד׳ען, פרינט׳ען, אויספילן, און צוריקשיקן צו אונז אייער שפראך-צוגענגליכקייט איינקלאג פארם, ביטע דרוקט אונטן.

פי-די-עף (PDF) - שפראך-צוגענגליכקייט איינקלאג פארם

שׂכלדיקע צופּאַסונגען אין שטאַט פּראָגראַמען און באַדינונגען - קאָנטאַקט- אינפֿאָרמאַציע

דער יחיד נאָמינירט דורך דעם אַגענטור פֿאַר שׂכלדיקע צופּאַסונגען )DRA( און די קאָאָרדינירער פֿון די אמעריקאנער מיט אינװאַלידקײַטן געזעץ ADA( קאָאָרדינירער )זענען אידענטיפֿיצירט אונטן. דער דאָזיקער יחיד קען פֿאַר אײַך צושטעלן אינפֿאָרמאַציע און פֿאָרעמס צו בעטן אַ שׂכלדיקע צופּאַסונגען און צו פֿאָרלייגן אַ טענה װעגן דער אָפּלײַקענונג פֿון צופּאַסונגען.

דער נאָמען און קאָנטאַקט-אינפֿאָרמאַציע פֿון דער DRA און ADA קאָאָרדינירער
Carrell Clarke-Europe (cclarkee@nysif.com); (212) 312-0089


Return to Top